DATUM

12/08/2012

שװעדן מאָביליצירן כּדי צו ראַטעװען דעם סנוס

דער שװעדישער סנאַף האָט ניט גענוג טאָבעק לויט דעם אײ"פֿ


שװעדן. סנוס, אָדער שװעדישער סנאַף, איז פֿאַרבאָטן אין אַלע לענדער אין דעם אײראָפּעישן פֿאַרבאַנד, אחוץ שװעדן, און פֿון צײַט צו צײַט פּראָבירן פֿאַרשײדענע פּאָליטיקאַנטן אין דער אײ"פֿ צו מאַכן דעם סנוס אומלעגאַל אויך דאָ. איצט קעמפֿן שװעדישע פּאָליטיקאַנטן, צײַטונגען און כּלערלײיִקע גדולים קעגן אַזאַ פּראָביר - אַ געזעץ װאָס באַטײַט אַז אַלע טאָבעק-פּראָדוקטען מוזן האָׂבן צום װײניקסטנס 85% טאָבעק כּדי צו זײַן לעגאַלע, סנוס האָט נאָר 50%.

12/03/2012

שופֿט דערהרגעט געװאָרן נאָך ייִנגל-מאַטש

דרײַ ייֵנגלעך האָבן דערהרענט אַ געהילפֿשופֿט נאָך אַ מאַטש

נידערלאַנדן. דער געהילפֿשופֿט, רישאַרד ניוּװענהויזן, איז געשטאָרבן נאָך אַ צעהרגענונג פֿון דרײַ פֿוסבאָל-שפּילערס נאָך אַ מאַטש אין דער האָלענדישער ייִנגל-ליגע. די ייִנדלעך זײַנען געװען 15 יאָר אַלט. די פֿוסבאָל-לעגענדע, ראָנאַלד קומאַן, האָט הײַנט געזאָגט אַז דער אינצידענט איז צו אַבסורד צו באַשרײַבן מיט װערטער.

אײראָפּעישע לענדער אין כּעס נאָך ישֹראלדיקן פּלאַן

אישֹראלדיקע באַזעצערס

אײראָפּע/ישֹראל. עטלעכע אײראָפּעישע לענדער זײַנען שטאַרק אין כּעס אויף דער ישֹראלדיקער רעגירונג נאָך אַ באַשלאָס צו בויען 3000 נײַע ייִדישע הײמען אין מזרח-ירושלים און דעם מערבֿ-ברעג. צום בײַשפּיל האָבן אי ענגלאַנד אי פֿראַנקרײַך געזאָגט אַז זײ װעלן צוריקרופֿן זײערע דיפּלאָמאַטן אויב ישֹראל ניט מאַכט בטל דעם פּלאַן.