DATUM

11/30/2012

פּאַלעסטינע האָט פֿאַרבעסערט איר סטאַטוס

אַבאַס נאָך דער שטים

פּאַלעסטינע. מיטן רעסולטאַט 138 שטימען פֿאַר און 9 שטימען קעגן דער אַבאַסער פֿירלײג האָט פּאַלעסטינע נעכטן פֿאַרבעסערט איר סטאַטוס אין די פֿ"פֿ צו אָבסערװאַטאָר-שטאַט. דאָס הײסט, למשל, אַז די אַלגעמײנע פֿאַרזאַמלונג אָנערקענט פּאַלעסטינע װי אַ שטאַט אין די גרענעצען פֿון 1967

11/29/2012

ישֹראל אין אַ גרופּע אַ שװערער װי קריעת-ים-סוף

דער ישֹראלדיקער או21-מאַנשאַפֿט אין אַ מאַטש קעגן שװעדן 2010

ישֹראל. דער ישֹראלדיקער מאַנשאַפֿט האָט ניט גענהאַט קײן הצלחה װען UEFA האָט צונויפֿגעשטעלט די גרופּעס פֿאַר דער אונטער-21 אײראָפּעישער מײַסטערשאַפֿט. נאָך דעם טיראַזש, װאָס האָט באַטײַט אַז ישֹראל װעט שפּילן קעגן ענגלאַנד, איטאַליע און נאָרװעגיע, האָט דער טרענירער פֿון ישֹראל זיך מודה געװען: "מיר זײַנען דער שװאַכסטער מאַנשאַפֿט אין דער גרופּע".

דער טורניר הײבט זיך אָן אין תּל-אבֿיבֿ דעם קומענדיקן זומער.   

אונגערישער פּאָליטיקער װיל רעגיסטרירן ייִדן

אַן אונגערישער ייִד פּראָקלאַמירט: "איך בין אַ ייִד!

אונגערן. די אַנטיסעמיטישע נאַציאָנאַליזם-פּאַרטײ, יאָביק, האָט מיט אַ פּאָר טעג צוריק פֿירגעלײגט אַז מע זאָל רעגיסטרירן אַלע אונגערישע ייִדן, װײַל זײ זײַנען שֹונים פֿון אונגערן. דער פֿירלײג האָט גענערירט שטאַרקע פּראָטעסטן פֿון אי אַנדערע פּאַרטײען אי אונגערישע בירגערס, און נעכטן האָט בערך 100 מענטשן מאַניפֿעסטירט בײַם פּאַרלאַמענט. יאָביק האָט באָקומען 17% פֿון די שטימען אין די לעצטע װאַלן.

אָלמערט שטיצט אַבאַס

אָלמערט, דזאָרדזש בוש און אַבאַס, 2007


פּאַלעסטינע. הײַנט װעט די אַלגעמײנע פֿאַרזאַמלונג פֿון די פֿ"פֿ אָפּשטימען צי מע זאָל פֿאַרבעסערן פּאַלעסטינעס סטאַטוס צו אַבסערװאַטאָר-שטאַט, צי ניט. נעכטן האָט דער פּאַלעסטינישער אָנפֿירער, מאַכמוד אַבאַס, באַקומט אומגעריכטן שטיץ פֿונעם פֿריערדיקן ישֹראלדיקן פּרעמיער, אהוד אָלמערט. לײענט װײַטער דאָ: http://www.thedailybeast.com/articles/2012/11/28/exclusive-former-israeli-pm-olmert-supports-palestine-u-n-bid.html

11/28/2012

פֿאָרשערס נעמען פּרוּװלעך פֿון דעם בר-מינן פֿון אַראַפֿאַט


פּאַלעסטינע. פּאַלעסטינע באַשולדיקט ישֹראל אין מאָרד אויף יאַסיר אַראַפֿאַטן. דערפֿאַר האָט  פֿאָרשערס פֿון למשל פֿראַנקרײַך נעכטן גענומען עטלעכע פּרוּװלעך כּדי צו דערװיסן זיך אויב אַראַפֿאַט איז פֿאַרסמט געװאָרן. אַראַפֿאַט איז פּלוצעס געשטאָרבן 2004.

היציקע מאַניפֿעסטאַציעס אין מצרים


מצרים. אין יאַנואַר האָבן די מיצריס מאַניפֿעסטירט אויפֿן טאַריר-סקװער, קײַראָ און זײ האָבן אַראָפּגעװאָרפֿן דעם דיקטאַטאָר, כאָסני מובאַראַק. נעכטן זײַנען מענטשו נאָך אַ מאָל געגאַנגען צום סקװער כּדי צו דעמאַנסטרירן, איצט קעגן דעם איצטיקן פּרעזידענט, מוהאַמאַד מורסי. 

11/27/2012

נײַער ראַסיסט-סקאַנדאַל אין פּרעמיער ליג


ענגלאַנד. אַן אָנהענגער פֿון סאַנדערלענד האָט געמאַכט מאַלפּע-תּנועות קעגן דעם װעסט בראָמװיטזש-שפּילער, ראָמעלו לוקאַקו. די זעלביקע זאַך איז געשען מיט אַ חודש צוריק אין אַ מאַטש צװישן טשעלסי און מענשעסטער יונײַטעד.

ליבֿני גרינדט נײַע פּאַרטײ


ישֹראל. ציפּי ליבֿני, דער פֿריערדיקער אויסלאַנד-מיניסטער און אָנפֿירערין פֿון קדימה, האָט באַקאַנט געמאַכט אַז זי האָט געגרינדעט אַ נײַע פּאַרטײ, התנועה.

גריכלאַנד באַקומט נײַע מיליאַרדן


גריכלאַנד. איצט זײַנען די אויסלאַנד-מיניסטערס פֿון דעם אײראָפּעישן פֿאַרבאַנד און דער אינטערנאַציאָנאַלער געלטפֿאָנד מסכּים צו געבן אַ נײַע גיגאַנטישע הלװאה צו גריכלאַנד. כּדי צו באַקומען די געלט דאַרף גריכלאַנד נאָכפֿאָלגן אַ פּלאַן מיטן ציל צו רעדוצירן דעם נאַציאָנאַלן חובֿ מיט €40 מיליאַרדן ביז 2020.

11/26/2012

שװעדן װעט שטיצן פּאַלעסטינע אין פֿ"פֿ


שװעדן/פּאַלעסטינע. די שװעדישע רעגירונג װעט מסתּמא אָפּשטימען פֿאַר אַ פֿאַרבעסערונג פֿון דעם פּאַלעסטינישן מיטגליד-סטאַטוס אין די פֿאַראײניקטע פֿעלקער. דער פּאַלעסטינישער אָנפֿירער, מאַכמוד אַבאַס, האָט פֿריער געזאָגט אַז ער איז אין גאַנצן זיכער אַז ער װעט באַקומען גענוג שטימען פֿאַר אַ סטאַטוס-פֿאַרבעסערונג סוף חודש. 

כינע באַװאָפֿענט זיך


כינע. דער כינעזישער מיליטער האָט זיך באַװאָפֿענט מיט אי אַ נײַער האַנגאַר-שיף אי אַ נײַע מין קאַמף-אַעראָפּלאַנען (י 15). נאָך דעם פּרעמיער-פֿלי, װען דער אַעראָפּלאַן האָט געלאַנדט אויפֿן האַנגאַר, איז דער אינזשיניר אַזוי שטאַרק אָנגערירט געװאָרן אַז ער איז געשטאָרבן. צוליב דעם איצטיקן אינדזל-קאָנפֿליקט זאָרג זיך יאַפּאַן און איז ניט צופֿרידן מיט דער אַנטװיקלונג. 

11/24/2012

לערי העגמאַן איז טויט


אַמעריקע. דער באַרימטער אַקטאָר לערי העגמאַן איז הײַנט געשטאָרבן, 81 יאָר אַלט, אין אַ שפּיטאָל אין טעקסעס נאָך עטלעכע יאָר מיט קאַנצער.   

11/22/2012

נײַע פּאַרטײען אין ישֹראל?



ישׂראל. עס גײט קלאַנגען אַז דער פֿריערדיקער אויסלאַנד-מיניסער, ציפורה "ציפּי" ליבֿני מעגט שאַפֿן אַ נײַע פּאַרטײ און עס דאַכט זיך, אַז הלכוד און ישֹראל ביתנו, די פּאַרטײען פֿון דעם פּרעמיער, בנימין "ביבי" נעטאַניאַהו, און דעם אויסלאַנד-מיניסטער, אבֿיגדור ליבערמאַן, װעלן זיך צונויפֿגיסן פֿאַר די אָנקומענד-יקע ישֹראלישע װאַלן 2013. דערװײַל איז אַ װאָפֿן-שטילשטאַנד צװישן ישֹראל און דעם עזה־שטרײַף אָפּגעמאַכט געװאָרן, נאָך אַ װאָך פֿון אינטענסיװן קאָנפֿליקט.

11/13/2012

די אײראָ-לענדער לײגן באַשלאָס אָפּ נאָך אַ מאָל

 
גריכלאַנד/אײראָפּע. דער אײראָ-קריזיס האַלט אָן און די אײראָ-לענדער אין דעם אײראָפּעישן פֿאַרבאַנד זײַנען נאָך ניט מסכּים צי זײ זאָלן אויסלײַען מער געלט צו גריכלאַנד צי ניט. זײ האָבן הײַנט אָפּגעלײגט צו באַשלאָסן װעגן דעם, נאָך אַ מאָל. גריכלאַנד האָט די לעצטע חודשים דורכגעפֿירט אַ צנע-פּעקל מיט שטרענגע עקאָנאָמישע מאָסמיטלען כּדי צו באַקומען מער געלט.

11/12/2012

פּאָליאַק באַשולדיקט אין הערעזיע


פּוילן. אָדם "נערגאַל" דאַרסקי פֿון דער טויט-מעטאַל-גרופּע, בעהעמאָט, ריזיקירט צװײ יאָר אין תּפֿיסה נאָך אַן אינצידענט 2007 װען ער האָט אַרויסגעריסן בלעטער פֿון אַ ביבל אויף דער סצענע. דער זינגער איז באַשולדיקט אין אַראָפּרײַסן די קאַטוילישע רעליגיע.

11/07/2012

פֿיר נײַע יאָר פֿאַר באַראַק אָבאַמאַ

אַמעריקע. די אַמעריקאַנישע װאַלן האָבן זיך פֿאַרענדיקט מיטן נצחון פֿונעם איצטיקן פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ. דערמיט, קען אָבאַמאַ אַרויסקוקן אויף פֿיר נײַע יאָר אינעם װײַסן הויז. דער דעמאָקראַט איז אָנגערירט געװאָרן װען ער האָט געדאַנקען אַלע װאָס האָבן געאַרבעט מיט דער קאַמפּאַניע, האָט ער געװײנט מיט טרערן. דער רעפּופּליקאַנישער קאַנדידאַט, מיט ראָמני, פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט גלײַך נאָך די װאַלן בטל געמאַכט זײַנע הילפֿערס קרעדיט-קאַרטלעך.

סײַ װי סײַ האָט דער נאָכאַמאָליקער פּרעזידענט, אָבאַמאַ, אַ סך אַרבעט צו טאָן מיט, למשל, דעם גיגאַנטישן בודזשעט-דעפֿיציט װאָס װערט גרעסער און גרעסער. קודם־כּל דאַרף אָבאַמאַ פּראָבירן צו אויסמײַדן דעם "פֿיסקאַל קליף" (FISCAL CLIFF) װאָס איז אַ פּאָטענציעלע עקאָנאָמישע קאַטאַסטראָפֿע פֿאַר די פֿאַרײניקטע שטאַטן און דער װעלט אין אַלגעמײן.

11/01/2012

דיסני קויפֿט לוקאַספֿילם און סטאַר װאַרס


אַמעריקע. דזשאָרדזש לוקאַס האָט פֿאַרקויפֿט זײַן פֿירמע, לוקאַספֿילם, און מיט איר די גערעכט צו דער סטאַר װאַרס-קאָנצעסיע, צו דיסני. אַ נײַער סטאַר װאַרס-פֿילם װעט קומען 2015 און עס גײען קלאַנגען אַז האַריסאָן פֿאָרד, מאַרק העמיל און קערי פֿישער װעלן צוריקקומען װי האַן סאָלאָ, לוק סקײַװאַקער און לײאַ.